דער אמת איז, אז כ’ווייס נישט פונקטליך דעם נאמען פונעם בעל המעשה. כ’ווייס נאר אזויפיל אז ער איז געווען א שמש אין א שול. איי פארוואס האב איך אים צוגעקלעבט דעם נאמען חיים יאנקל? ווייל פארוואס נישט. אזוי ווי סתם “חיים מאיר” איז בנש”ק, סתם “וולוועל” איז בדחן, סתם “משה הערש” איז עלעקטרישאן, האב איך אפגעמאכט אז סתם “חיים יאנקל” איז שמש. חיים יאנקל איז אזא שמש’דיגע נאמען, נישט אזוי? גיי טענה דיך מיט א פאקט

עניוועי, דער איד האט אפשר געהייסן חיים יאנקל, און אפשר נישט, אבער לגבי די עצם מעשה איז עס נישט קיין גרויסע נפקא מינה. חיים יאנקל איז געווען דער שמש פונעם גרויסן אוראגווייער ביהמ”ד

חיים יאנקל דער שמש איז געווען זייער א פארנומענער מענטש. נישט אז אנדערע שמשים זענען נישט קיין פארנומענע מענטשן, אבער חיים יאנקל האט זעהט אויס נישט געקענט פארטראגן צופיל פרעשור, דערפאר האט מען אים גערופן “דער אנגעצויגענער שמש”. נישט ח”ו אז איך רוף אים אזוי; איך פארצייל נאר דברים כהווייתן. כ’האב ענק שוין געזאגט, א פאקט איז א פאקט

מאיר ישעי’ איז א לאנג-יעריגער מתפלל אינעם אוראגווייער ביהמ”ד. מאיר ישעי’ איז געווענליך א צופרידענער מענטש, ער מאכט נישט אן צופיל פראבלעמען, אבער פון מאל צו מאל מאכט זיך אז ער דארף צוקומען צום שמש פאר אביסל הילף, און יעדעס מאל טראכט ער דריי מאל בעפאר ער רעדט צום שמש, און נאכדעם נאך צען מאל צי ער האט גוט געטון… יע

צום ביישפיל. לעצטנס האט איינער פון מאיר ישעי’ס שכנים אנגעהויבן צו רעדן בין גברא לגברא. יענער טענה’ט אז מ’מעג. מאיר ישעי’ טענה’ט אז מ’טאר נישט. אזוי צי אזוי, וויל מאיר ישעי’ נישט זיצן אויף א פלאץ וואו ער ווערט געשטערט

נו איז דאך דא א פשוט’ע עצה דערפאר, נישט אזוי? מ’בעט דעם שמש צו טוישן דעם זיץ, ושלום על ישראל

אה, איז אזוי. דא הייבט זיך באמת אן אונזער פראבלעם. און מיט דעם הייבט זיך אויך אן מיין אנאליז אויף דעם שמש

דער שמש איז באמת זייער א גוטער מענטש, ער זוכט צו העלפן וואו און ווען ער קען, אבער נישט אלעמאל קען ער

ווען מאיר ישעי’ איז צום ערשטן מאל צוגעגאנגען רעדן צום שמש איבער זיין פראבלעם, האט אים דער שמש געענטפערט אז יעצט אויפ’ן מינוט איז ער פארנומען, ווייל ער דארף אנגרייטן דעם כסא של אלי’ הנביא פאר א ברית מארגן אינדערפרי. איי פארוואס קען ער עס נישט אנגרייטן מארגן צופרי? ווייל היינט גייט ער שלאפן שפעט. אה, פארוואס? ווייל היינט נאכט איז א א יארצייט סעודה און ס’גייט זיך ענדיגן שפעט. בקיצור א מעשה, יעצט קען מען נישט רעדן צו אים

נו שוין, וועט מען רעדן מארגן

ס’קומט מארגן. מאיר ישעי’ וויל רעדן צום שמש, אבער דער שמש איז יעצט ביזי. וואס איז? ער גייט ארום צווישן די מתפללים אפצונעמען די נדרים ונדבות פון פארגאנגענעם שבת

נו שוין, וועט מען רעדן איבערמארגן

ס’קומט איבערמארגן. אבער דער שמש איז נאך אלץ ביזי. וואס איז? ער גייט ווייטער ארום אפצונעמען די נדו”נ

חחח… די ליינער האבן געמיינט אז צוזאמצונעמען די נדו”נ איז גענוג איין שחרית? אבערוואס! אויב וועט ער אויך גיין מארגן (ד.ה. איבער-איבער-מארגן אויף אונזער לוח) וועט ער אפשר אנקומען אפצונעמען אלע נדו”נ, עכ”פ פון די קביעות’דיגע מתפללים וועלכע דאווענען אין אוראגווייער ביהמ”ד אויך אין די וואכן טעג

גייט דורך א וואך, און ס’קומט נאכאמאל שבת. מאיר ישעי’ באגעגנט זיך נאכאמאל מיט זיין פראבלעם, און ער מאכט אפ ביי זיך אז קומענדיגע וואך מוז דער ענין געסעטלט ווערן

נו, א מענטש טראכט און דער שמש לאכט… נישט ח”ו אז ער לאכט, ווייל אונזער שמש האט נישט קיין צייט צו לאכן, אבער די זאך פארשלעפט זיך ווייטער. זונטאג איז ער פארנומען אפצונעמען די פרישע נדו”נ. מאנטאג דארף ער פארשאפן א נדבן אויף נר למאור פאר קומענדיגן חודש. דינסטאג דארף ער אנגרייטן דאס ביהמ”ד פאר א סיום מסכתא. מיטוואך דארף ער זוכן א נדבן פאר שלש סעודות. דאנערשטאג דארף ער נאכלויפן דעם שלש סעודות נדבן פון פארגאנגענע וואך… און אזוי גייט אריבער א גאנצע וואך וואס דער שמש קען זיך נישט כאפן דעם אטעם, ער האט נישט קיין מנוחה בייטאג און האלב נאכט, און צום שבת פאלט ער אריין אויסגעמוטשעט און ערשעפט, אזוי אז מאיר ישעי’ קען גארנישט ערווארטן פון אים

*

ס’איז קומענדיגן דינסטאג

מאיר ישעי’ טרעפט חיים יאנקל’ן דעם שמש אין ביהמ”ד. מאיר ישעי’ האט שוין באמת אויפגעגעבן צו כאפן דעם שמש אין א רואיגן מינוט, ממילא וואקט ער ווייטער צו זיין ציל

אבער דער שמש האט אים יא באמערקט. דער שמש גייט צו צו מאיר ישעי’ מיט א שמייכל אויפ’ן פנים און פרעגט: “האסט מיך געזוכט לעצטנס, ניין?” און מאיר ישעי’ זאגט: “יא, אבער כ’זעה אז דו ביזט כסדר פארנומען, כ’וויל דיך נישט שטערן מיט מיינע נארישקייטן”

אבער חיים יאנקל דער שמש לאזט נישט נאך. ער פארלאנגט אויסדרוקליך אז מאיר ישעי’ זאל אים דערציילן וואס ס’דרוקט אים, און אויפ’ן פלאץ האט ער מסדר געווען אז מאיר ישעי’ זאל באקומען א בעסערן זיץ וואו ער וועט נישט געשטערט ווערן פון קריאת התורה

מאיר ישעי’ שטייט ערשטוינט, און ער האלט נישט די וואונדער ביי זיך: “חיים יאנקל, וואס איז געשען מיט דיר? פאריגע וואך האט מען ממש נישט געקענט רעדן צו דיר!”

חיים יאנקל פרובירט נישט צו באהאלטן דעם אמת און זאגט: “איך האב אויפגענומען א נייעם געהילף, יענער נעמט אראפ אסאך פון מיין ארבעט, ממילא קען איך מיך בעסער אפגעבן מיט’ן ביהמ”ד

אה אזוי גאר? ווער איז דאס? איך האב גארנישט באמערקט אז דו זאלסט האבן א נייעם אונטער-שמש?” ווי איז ער

חיים יאנקל פאררויטלט זיך און זאגט: “אה, דאס איז נישט קיין מענטש וואס דו קענסט זעהן. דאס איז א סערוויס וואס איך האב לעצטנס צוגעשטעלט אויפ’ן אינטערנעט, אז מ’קען אריינגיין דארט און באצאלן די נדרים ונדבות, שלש סעודות, נר למאור, און אנדערע התחייבות, אזוי אז מענטשן וואס האבן סיי-ווי צוטריט צו די אינטערנעט זאלן האבן א גרינגען און צוגענגליכן וועג צו באצאלן זייערע התחייבות אויף א שנעלן וועג

מאיר ישעי’ גלייבט זיך נישט זיינע אויערן: “דו? חיים יאנקל? אינטערנעט? נעה

אבער חיים יאנקל ערקלערט אים אז אין א צייט וואס א גרויסע חלק מתפללים האבן סיי-ווי צוטריט צו די אינטערנעט, האט ער בהסכמת הרב שליט”א צוגעשטעלט דעם סערוויס אז מ’זאל קענען באצאלן דארט די חובות גלייך פונעם באנק אקאונט, וואס דאס וועט פארשפארן אסאך ארבעט פאר’ן שמש און וועט פארשפארן אסאך “מי שפרע’ס” פונעם ציבור

חיים יאנקל גיבט דעם אדרעס פאר מאיר ישעי’ און זאגט אים: “אדרבה, כאפ א באזוך דארט, וועסטו זעהן ווי גרינג ס’איז. דו וועסט דארט אויך טרעפן דעם לוח הזמנים פון אונזער ביהמ”ד, נייעסן און באריכטן, שמחות פון חברי הקהלה, וויכטיגע מודעות, און נאך פארשידענע ווערדפולע אינפארמאציע” וואס מען ברויך

פון מויל צו מויל איז פארשפרייט געווארן די נייעס, אז חיים יאנקל האט פארלוירן זיין צו-נאמען “דער אנגעצויגענער שמש”. חיים יאנקל איז פון היינט און ווייטער “דער רואיגער שמש”, מיט גענוג צייט דורכצופירן זיינע אנדערע פליכטן לטובת הביהמ”ד וחברי הקהלה. די נייעס ווערט אויך פובליצירט אויף חיים-יאנקל’ס-בעסמעדרעש.קאם און אלע באזוכער האבן הנאה פונעם נייעם פאזיטיוון טויש

דאס קומענדיגע מאל וואס מאיר ישעי’ האט בר מצוה געמאכט א קינד, האט שוין קיינער נישט פארפאסט די שמחה אזוי ווי ביים פריערדיגן קינד, ווייל דער שמש האט צייטליך ארויסגעשיקט אן אימעיל דערמאנונג פאר אלע חברי הקהלה איבער די שמחה פון אחד מהחבורה

און ווען מאיר ישעי’ האט געוואלט מנדב זיין די הוצאות הקאווע לכבוד די חאלאקע פון זיין קליינעם, האט ער נישט געדארפט ווארטן ביז ס’וועט צוריקוואקסן די האר צו קענען באצאלן זיין נדבה… מיט עטליכע קליקס איז אלעס מסודר געווארן על צד היותר טוב, שנעל און גרינג און באקוועם

יא יא, א שמש מיט ישוב הדעת איז א רואיגער שמש, א באליבטער שמש, א געניטער שמש, און ער קען אסאך מער אויפטון פאר’ן ציבור

*

ווילט איר אויך זיין א רואיגער גבאי/שמש? ווילט איר אויך האבן מער צייט און הרחבת הדעת זיך אפצוגעבן מיט אייער ביהמ”ד? פארבינדט אייך היינט מיט “ניו וויזשאן מידיא” און זיי וועלן אייך צושטעלן א וועבסייט לויט אייער געברויך. די מתפללים וועלן אייך שטארק דאנקבאר זיין!

דער סיסטעם איז אויך געאייגנט פאר מוסדות התורה והחינוך, צו קאלעקטן שכ”ל וכדומה, חודש’ליכע תמיכות, איינמאליגע נדבות, דינער הבטחות וכדומה

New Vision Media
973-552-8456
[email protected]
http://www.nvmny.com